Sunday, August 5, 2007

Kuntres from Toldot Aharon 2

B"H

Written by Rebbe Aharon Roth in Shomrei Emunim:

די דריי מידות, ביישנים, רחמנים וגומלי חסדים. און דיא חכמים האבען געזאגת אין מסכת נדרים (דף 70א) סימן טוב פאר אמענטש וואס האט בושה, און ווער עם האט נישט קיין בושה איז איין סימן דאס זיינע עלטרין דאס הייסט זיין נשמה, איזט נישט געשטאנען אוף דעהם בארג סיני, אין זיין נשמה קומט נישט אהער מזרע ישראל, נאר פין דור המבול סדום ועמורה, אזוי וויא דיא הייליגע ספרים ברענדען, הגם די עלטערין זענען געוועזין ערליכע יודין, נאר די פריעריגע ספרים האבין נישט געברויכט אזוי מאריך צו זיין אין די זאכין ווייל עם האט נישט זייער געפעלט, ווייל יודישע קינדער זענען תמיד געוועזין געקריינט אין בושה וצניעות וקדושה, נאר איצט אין דיא לעצטע צייטען, האט זיך הענייט בעונותינו הרבים אנייא דור, וואס האבין אויף געברענגט דאס פינצטערניש חשכות ומרירות מיט הפקירות פריצות בעונותינו הרבים, וואס האבין ציריק בענייט דאס דור המבול, אוי ווייא נעביך דיא אויגין וואס ברוכין נעבעך דאס פינצטערניש ציקוקין.

No comments:

Post a Comment